די אוגערקע (וויסנשאפטלעכער נאמען: Cucumis sativus) איז אן איין-יעריגער זומער געוויקס פון דער פאמיליע קוקורביטאצעאיי (Cucurbitaceae), די זעלבע פאמיליע ווי דער קירבעס און וואסערמעלאן. זיין גרינער, לענגלעכער גרינס, ווערט געגעסן רוי, מארינירט אין זאלץ אדער עסיג.

אוגערקע
אוגערקעס וואקסנדיג אױף דער ערד
אוגערקעס וואקסנדיג אױף דער ערד
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Magnoliopsida
סדר: Cucurbitales
פֿאַמיליע: Cucurbitaceae
מין: Cucumis
זגאַל: C. sativus
בינאמינאלישער נאמען
Cucumis sativus
.L
גרייט צום עסן

אויף דעם אוגערקע מאכט מען די ברכה בורא פרי האדמה, אזוי ווי אויף אנדערע גרינסן.

בדיקת תולעים

רעדאַקטירן

אין דער אוגערקע איז געווענליך נישט פאראן קיין אינסעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לױט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער איז פארהאן אנצייגונגן פון לעכער אדער פלעקען דארף מען עס דארט קאנטראלירן.

מצוות התלויות בארץ

רעדאַקטירן

די אוגערקע וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל דארף מען מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

דער דאטום וואס פאלט אויף דער אוגערקע די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם זיבעטן יאר, ביז חשוון פון אכטן יאר.

זויערע אוגערקע

רעדאַקטירן

דאס איז איינע פון די אינטערעסאנטע עסן, וואס אזויווי מילעך, נאכן ווערן זויער ווערט דאס א געשמאקע מאכל לויט די אינגרידיענס פון די מבינים דערין, אזוי אויך איז דאס איגערקע, ווען עס ווערט זויער - אויכעט לויטן די כללים וויאזוי מען זויערט עס איין, ווערט דאס א מאכל העולה על שלחן מלכים, ווי איינע פון די געשמאקע אפעטיט געבער, ביים מאלצייט.


זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצען

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לכשרות המזון


  NODES