דזשיקאוו (פּויליש: Tarnobrzeg) איז א שטאט אויפן מזרח ברעג פונעם ווייסל דרום פונעם מויל פונעם סאן טייך, אין ריישער פראווינץ פון פוילן. זי געפינט זיך 50.35 גראד צפון און 21.40 גראד מזרח, אין וועסט גאליציע. די שטאט האט שוין געהייסן דזשיקאוו אינעם צענזוס פון 1765.

הערב

אין יאר תט"ו האט מען אויסגעהרגעט די יידן אין דזשיקאוו, און אין יאר תקי"ז איז געווען אן עלילת דם ווען מ'האט זיי באשולדיקט מיט הרגענען א קריסטליך יינגל, און זיי האבן געמערדט עטלעכע יידן. אבער שפעטער ווען דאס יינגל איז צוריקגעקומען צו דער שטאט לעבעדיגערהייט, האט די גראַפֿיניע טארנאווסקא באצאלט פארגיטיקונג צו דער יידישער קהילה פון דער שטאט.[1]

אין תע"ח האט די גראפיניע טארנאווסקא געבארגט צו דער יידישער קהילה 1,000 פֿלארין צו בויען א שול. אין תקל"ט האבן וואלף און גימפל לעווקאוויטש באצאלט פארקויף-שטייער אלס קצבים צוזאמען מיט שמואל זעלמאנאוויטש.

בערך תר"ך האט די דזשיקאווער קהילה אויפגענומען אלס רב רבי אליעזר הורוויץ, א זון פונעם ראפשיצער רב. ער האט אויפגעשטעלט אין דזשיקאוו א רבי'שן הויף און דאס שטעטל איז געווארן א חשוב חסידיש שטעטל.

זונטאג צום גדליה ת"ש האט די דייטשע ארמיי אינוואדירט די שטאט. דעמאלסט האבן געוואוינט אין דזשיקאוו 3800 יידן. א פאר וואכן שפעטער האבן די דייטשן געגנבעט פון די יידן זייער גאנצע פארמעגן און האבן זיי פארטריבן פון דער שטאט. אום חודש אב תש"ב האבן אויסגעזידלט די קהילה.


יידישע באפעלקערונג פון דזשיקאוו
יאר איינוואוינער
1765                   569
1880 2,768
1890 2,840
1900 2,537
1910 2,642
1921 2,146
1939 3,800


קאארדינאטן: 50°35′N 21°41′E / 50.583°N 21.683°E / 50.583; 21.683

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. שטעטללינקען
  NODES