אברהם נועם כאמסקי (ענגליש: Noam Chomsky נועם טשאמסקי; געבוירן דעם 7טן דעצעמבער 1928 אין פילאדעלפיע) איז אן אמעריקאנער ייד, א לינגוויסט, פילאסאף און לאגיקער.

נועם טשאמסקי

ער איז א לינקער ליבעראלער פראפעסאר עמעריטוס אין מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע, און א פראפעסאר אינעם אוניווערסיטעט פון אריזאנע.

כאמסקי איז געבוירן געווארן אין אן אשכנזישער משפחה אין פילאדעלפיע. ער האט שטודירט לינגוויסטיק אינעם אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע, וואו ער האט באקומען די דיפלאמען BA, MA און PhD. פון 1951 ביז 1955 איז ער געווען אין הארווארד אוניווערסיטעט. ער האט געשאפן די כאמסקי היערארכיע, א סיסטעם פאר קלאסיפיצירן פארמאלע שפראך.

אין 1949 האט ער געהייראט קאראל דאריס ש"ץ (געשטארבן 2008) און אין 2014 האט ער געהייראט וואלעריא וואסערמאן.

כאמסקי איז א שטארקער קריטיק פון ישראל און פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.

אין די 1960ער יארן איז כאמסקי געווען א שטארקער קריטיק פון דער וויעטנאם קריג.

  NODES