סדרדיקע צאל איז א וועג צו צייגן נומערן לויט זייער פלאץ אין א סעריע. ווי צום ביישפיל: דער "דריטער" פרעזידענט, דעם "אכטן" פעברואר, די "טויזנטסטע" ארטיקל אד"ג.

יידיש גראמאטיק

רעדאַקטירן

אויף יידיש קען מען עס אויך שרייבן מיט א נומער קאמבאנירט מיט טעקסט. ווי למשל: דער 3טער פרעזידענט, דעם 8טן פעברואר, די 1000סטע ארטיקל. ביז נומער 20 קומט נאכן נומער א טי"ת (און נאכן טי"ת קומט א עי"ן אדער א עי"ן-רי"ש, אדער א נו"ן - לויט די יידיש גראמאטיק געזעצן) און פון נומער 20 און ווייטער קומט נאכן נומער א סמ"ך, און נאכן סמ"ך קומט דער טי"ת אזוי ווי ביז 20. דאס זעלבע איז ביי די הונדערטערס און טויזנטערס: 119טן, 120סטן אא"וו.

ביי די נאטירליכע צאלן (ווי 0, 1, 2, אא"וו) זענען די סדרדיקע צאלן און די גרונטצאלן (וואס רופן זיך "קארדינאל-צאלן") כמעט די זי זעלבע. דערפאר איז נישט אזוי וויכטיג דער אונטערשייד. א ממשדיקע אנטדעקונג האט געמאכט דער יידישע מאטעמאטיקער קאנטור ווען ער האט צוגעטראפן אז צווישן די אין-סופיקע צאלן זענען פארהאן א סך מער סדרדיקע צאלן ווי גרונטצאלן. צום ביישפיל, לאמיר זאגן אז אלע גאט'o מלאכים שטייען איינער נאכן צווייטן אין א רייע, ווארטנדיק פאר גאט זיי צו געבן אן אויפגאבע. ווייסט דאך יעדער אז גאט האט מלאכים און נאך מלאכים אן א סוף. לאמיר אבער זאגן אז יעדער מלאך זעט נאר אן ענדליכע צאל אנדערע אין פארנט פון אים. פלוצלינג האבן זיך די מלאכים מיכאל און גבריאל פארחוצפה'ט, האט מען זיי ארויסגעווארפן פון שורה. האבן זיי געמוזט גיין הינטער אלע אנדערע. זענען איצטער פארהאן א גלייכע צאל מלאכים אין פארנט פון מיכאל ווי פון גבריאל כאטשיג זיי האבן נישט די זעלבע פלאץ אין די סעריע.

  NODES