קאנפוציוס
קאנפוציוס (כינעזיש: 孔夫子) (551- ביז 478-) איז געווען א חשובער כינעזער פילאסאף. זיין ארגינעלער נאמען איז געווען קאנג קיו (כיענזיש: 孔丘) אדער זשאנג ני (כינעזיש: 仲尼). ער איז געבוירן אין לו שטאַט (魯), כינע, טאג 27 פונעם אכטן מאנאט אינעם כינעזישן לבנה קאלענדאר אין 551 פֿאר דער ציווילער יאר-רעכענונג. זיין פאטער איז געווען שו ליאַנג הע (叔梁纥), און זיין מוטער איז געווען יאַן זשענג זאַי (顏徵在). ווען ער איז געווען אלט דריי יאר איז זיין פאטער געשטארבן.
געבורט |
551 לפנה״ס Q736936 |
---|---|
טויט |
479 לפנה״ס (אלט 72 בערך) Q736936 |
פאך | פילאסאף, לערער, שרייבער |
אלס קינד, האט ער געהאט שטארק חשק צו לערנען וועגן אלדינג. שפעטער האט ער געארבעט אלס שטאַט באאמטער אין ענינים פון פארמען און בהמות. דערנאך איז ער געווארן א לערער.