דער אָדער (טשעכיש, אונטער סארביש און פויליש: Odra, אויבער סארביש: Wódra) איז א טייך אין צענטראל-אייראפע. ער הייבט אן אין טשעכיי און פלוסט (מערסטן צפונדיק און צפון־מערבדיק) דורך מערב פוילן, און שפעטער ווערט 187 קילאמעטער פונעם גרענעץ צווישן פוילן און דייטשלאנד, א טייל פונעם אדער-נייסע גרענעץ. ענדלעך פליסט דער טייך אינעם שטעטין לאגון צפון פון שטעטין און דערנאך אין דריי צווייגן (די דזשיוונע, שווינע און פינע) וואס גיסן אריין אינעם פאמעראניע איינגאס פון דעם באלטישן ים.

אדער (טייך)
אָדער צווישן קיניץ און צאלבריק, דייטשלאנד
לענג 854 קילאמעטער
הייך פונעם טייכס קוואל 634 מעטער
דרענאזש בעקן 118,861 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס

- ארט

574 קובישע מעטער א סעקונדע

באלטישער ים

לענדער אין דרענאזש בעקן טשעכיי, פוילן, דייטשלאנד
אדער אין ברעסלוי, אסטראוו טומסקי
אדער אין ברעסלוי

געאגראפיע

רעדאַקטירן

דער אדער איז לאנג 854 קילאָמעטער (531 מייל): 112 קילאמעטער (70 מייל) אין טשעכיי, 742 קילאמעטער (461 מייל) אין פוילן (כולל 187 ק״מ (116 מייל) אויף דער גרענעץ צווישן דייטשלאַנד און פוילן) און איז דער צווייטער לענגעסטער טייך אין פוילן (נאָכן ווייסל). זיין דרענאזש־בעקן האט א שטח 118,861 קוואַדראַט קילאָמעטער, 106,056 קילאמעטער2 פון וואָס זענען אין פוילן (89%), 7,217 קילאמעטער2 אין טשעכיי (6%), און 5,587 קילאמעטער2 אין דייַטשלאַנד (5%). ער פלוסט אדורך די שלעזישע, אָפּאָלע, אונטער-שלעזישער, לובוש, און מערב-פּאָמעראַניע וואיעוואדעשאפטן פון פוילן און די לענדער פון בראַנדנבורג און מעקלענבורג-מערב פאמעראניע אין דייטשלאַנד.

די גרעסטע שטאט אויפן אדער איז ברעסלוי, אין אונטער-שלעזיע.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  NODES
os 3