אפריקאס
דער אפריקאס (Prunus armeniaca, "ארמענישער פֿלוים" אין לאטיין) איז א זגאל פון Prunus. באטאניקערס מיינען אז ער שטאמט פון כינע און צענטראל אזיע, אפשר אויך קארעע און יאפאן. [1][2]
אפריקאס | ||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אפריקאס פרוכט
| ||||||||||||||||||
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||||
Prunus armeniaca L. |
אפריקאסן (אויך פערשקעס, קארשן און פֿלוימען) זענען שטיינפרוכט.
באשרייבונג
רעדאַקטירןדער אפריקאס בוים איז קליין (8-12 מעטער); זיינע בלעטער זען אויס ווי א שפיציקן הארץ, ברייט 8 צ"מ. די בלומען זענען ווייס אדער ראזעווע, מיט פינף קרוינבלעטלעך. די פרוכט האט איין זאמען אין א שטיין; איר קאליר איז געל אדער אראַנזש און כמעט האט נישט קיין האר, און איר דיאמעטער איז 2 צ"מ.
פראדוקציע
רעדאַקטירןצען הויפט אפריקאס פראדוצירערס— 2005 (1,000 טאנען ) | |
---|---|
טערקיי | 390 |
איראן | 285 |
איטאַליע | 232 |
פאקיסטאן | 220 |
גריכנלאנד | 196 |
פראַנקרײך | 181 |
אַלזשיר | 145 |
שפּאַניע | 136 |
יאפאן | 123 |
מאראקא | 103 |
סיריע | 101 |
וועלט סה"כ | 1916 |
מקור:[3] |
טערקיי איז דער הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[4] איראן דער צווייטער. אין ארמעניע וואקסן אפריקאסן אינעם אררט טאל.
אין דער קעך
רעדאַקטירןאפריקאסן קען מען עסן רוי אדער געקאכט. געטרוקענטע אפריקאסן האלטן זיך לאנג און זענען אויך געשמאק. מען מאכט אפריקאסן קאנסערוון וואס מען קען שמירן אויף ברויט אדער ניצן ביים קאכן.
מעדיציניש
רעדאַקטירןאפריקאסן זענען גוט קעגן עצירות. אפילו דריי זענען גענוג.
זעט אויך
רעדאַקטירן
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Flora of China: Armeniaca vulgaris (ארכיווירט 24.02.2021 ביי דער Wayback Machine)
- ↑ Germplasm Resources Information Network: Prunus armeniaca
- ↑ פאראייניקטע פעלקער עסנווארג און לאנדווירטשאפט ארגאניזאציע (FAO) [1] (ארכיווירט 10.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ↑ The tendencies of Apricot producers