דײַטש אָדער דײַטשיש (Deutsch - דויטש) איז אַן אינדאָ־אייראָפּעאישע שפּראַך וואָס מען רעדט אין עטלעכע לענדער. דײַטש איז איינע פון די פּאָפּולערסטע שפּראַכן אין דער גאָרער וועלט. עס ווערט גערעדט ווי מוטערשפראך פון איבער הונדערט מיליאָן מענטשן.

די דייטש ריידנדיקע וועלט

דײַטש איז די פּרינציפּיעלע און אָפֿיציעלע שפּראַך פון דײַטשלאַנד, עסטרײַך און ליכטנשטיין און איינע פון די אָפֿיציעלע שפּראַכן אין דער שווײַץ און לוקסעמבורג. די שפּראַך איז זייער אַ כלערלייאיקע: ס׳איז דאָ אַ סך דיאַלעקטן. פונדעסטוועגן, ס׳איז אַ באַשטימטע נאָרמע, וואָס הייסט הויך־דײַטש, אָדער קאָרעקטער געזאָגט סטאַנדאַרט דײַטש. די נאָרמע ווערט באַניצט אין שולעס, אוניווערסיטעטן, פֿאַר אָפֿיציעלע דאָקומענטן, אין אַלע מלוכישע אינסטיטוציעס און אין מאַסן מעדיע און ליטעראַטור. דעם הויך־דײַטש לערנען אויסלענדער אַלס אַ פרעמדע שפּראַך בײַ שפּראַך קורסן. די דײַטש־שפּראַכיקע לייט רעדן הויך־דײַטש אָדער אַ דיאַלעקט אָדער ביידע. אין שטעט רעדן מענטשן בדרך־כלל הויך־דײַטשיש, צומאָל מיט קליינע לאָקאַלע וואַריאַציעס. לדוגמא, די נאָרמעס אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און דער שווײַץ צייכענען זיך אויס אין באַנוצונגען פֿון עטלעכע ווערטער און אויסדריקן.

די כלערלייאיקייט פֿון דײַטש שטאַמט פֿון לפי־ערך אַנומלטיקער פאָרמירונג פֿון דער נאָרמע. סטאַנדאַרט דײַטש איז אַ פּועל יוצא פֿון אַ טיילווײַז באַוואוסטזיניקער אַנטוויקלונג פֿון מיטל הויך דייטש און עטלעכע וואַריאַנטן פֿון דער דאָזיקער מיטל־עלטערישער שפּראַך זענען געווען די מקורות אויך פאַרן גערמאַנישן קאָמפּאָנענט פֿון דער יידישער שפּראַך.

עס ווערט געשאַצט אַז אַרום 71 מיליאָן דײַטשע איינוואוינערס רעדן דייטש אַלס זייער מאַמע לשון, וואָס איז איינע פֿון די גרעסטע ציפֿערן אין אַ מאָדערניזירטן לאַנד.

אין אַנדערע לענדער

רעדאַקטירן

אויסער די גרענעצן פון דייטשלאַנד זענען פאַראַן אַרום 10 מיליאָן מענטשן וואָס רעדן דייטש איבער דער וועלט. עסטרייך האָט אַרום 7 מיליאָן דייטש רעדנדיקע, די שווייץ האָט 3.5 מיליאָן דייטשע רעדנדיקע און לוקסעמבורג אַרום 300,000. אויך אין צפון איטאַליע און אין די פראַנצויזישע ראַיאָנען פון עלזאַס און לאָטאַרינגיע געפינען זיך געמיינדעס וואו מען רעדט דייטש.

אין עטלעכע אַנדערע לענדער זיינען פאַראַן דייטש רעדנדיקע: אָפּשטאַמלינגען פון דייטשן וואָס האָבן זיך באַזעצט דערהויפּט אין די שטחים צו מזרח פון היינטיקן דייטשלאַנד, ווי אויך אין דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע.

אין אַמעריקע איז פאַראַן אַ קליינע גרופּע דייטש־רעדנדיקע אין פענסילוועניע. די גרופּע ווערט אָנגערופן די פּענסילוועניע דויטש. זיי האָבן אימיגרירט פון דייטשלאַנד קיין אַמעריקע אינעם 18טן יאָרהונדערט און זיך באַזעצט אין דרום־מזרח פּענסילוועניע. אין קאַנאַדע איז פאַראַן אַרום 330,000 דייטש רעדנדיקע, אין בראַזיל אַרום אַ האַלב מיליאָן, און אין דער אַרגענטינע אַרום 250,000.

וויקיפּעדיע

רעדאַקטירן

די דײַטשישע וויקיפּעדיע איז די פֿערט־גרעסטע וויקיפעדיע, און פאַרמאָגט הײַנט איבער צוויי מיליאָן אַרטיקלען.

 
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף דייטש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש
  NODES