האַגיאַ סאפיאַ (גריכיש: Ἁγία Σοφία, לאטיין: Sancta Sophia, טערקיש: Ayasofya) איז א גריכיש-ארטאדאקסישער קלויסטער, אין סטאמבול, טערקיי, וואס ווערט גערעכנט איינע פון די בעסטע מוסטערן פון קונסט און ארכיטעקטור אין דער ביזאנטישער אימפעריע און איינע פון די בארימטסטע געביידעס אין דער וועלט, מיט איר מאסיוון קופאל, וואס איז געווען א חידוש אין ארכיטעקטור. נאכן צוזאמענפאל פון דער אימפעריע איז עס געווארן א מעטשעט, און היינט דינט עס א מוזיי.

האגיא סאפיא היינט

היסטאריע

רעדאַקטירן

די געביידע איז געבויט געווארן פאר א קלויסטער און געווידמעט דעם 26סטן דעצעמבער 536. פאר טויזנט יאר איז עס געווען דער גרעסטער קאטעדראל אין דער וועלט ביז, אין 1520, האט מען געבויט דעם סעווילער קאטעדראל. אין 1454 האבן די אטאמאנער טערקן איינגענומען קושטא און דער קלויסטער איז געווארן א מעטשטע. אין 1931 האט אטאטורק פארמאכט דעם מעטשעט און אין 1935 האט די טערקישע רעגירונג געעפנט א מוזיי אין דער געביידע.

  NODES