הלל הזקן (אַרױסגערעדט: הילעל האַזאָקן) איז געװען אײנער פֿון די גרעסטע מענטשן אין דער ייִדישער געשיכטע, געלעבט אין דער צװײטער העלפֿט פֿון דער צײַט פֿון בית–המקדש שני אין ארץ–ישׂראל, געװען נשיא פֿון סנהדרין, געפֿירט מיט דער ישיבֿה, װאָס האָט געהײסן „בית הלל“, און זײַנע מאָראַלישע לערעס זענען דער יסוד פֿון דער ייִדישער רעליגיעזער עטיק.

הלל הזקן
געבורט 70 לפנה״ס
איראק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 (אלט 77 בערך)
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הלל איז געבױרן געװאָרן אין בבֿל (מסכת סוכה כ' און אַנדערע ערטער שטײט „עלה הלל מבבל“, דאָס הײסט, הלל איז געקומען קײן ארץ–ישׂראל פֿון בבֿל). װען ער איז געבױרן געװאָרן איז שװער צו זאָגן. אין „ספֿרי“ סדרה ברכה װערט געשטײט אַז הלל האָט געלעבט 120 יאָר, און װען ער איז געקומען פֿון בבֿל איז ער אַלט געװען 40 יאָר, נאַכער האָט ער געלערנט 40 יאָר, און דערנאָך איז ער געװען נשיא 40 יאָר. צוליב דעם, װאָס אין דער גמרא מסכת שבת ט”ו װערט געשטײט אַז הלל איז געװאָרן נשיא 100 יאָר פֿאַרן חורבן פֿון בית שני, קומט אױס, אַז ער איז געבױרן געװאָרן 180 יאָר פֿאַרן חורבן. דאָס הײסט, 112 יאָר פֿאַר דער געװײנלעכער צײַטרעכענונג. טײל געלערנטע פֿאָרשער האַלטן, אַז די צאָלֹ 120 איז נישט קײן פינקטלעכע.

הלל האָט געשטאַמט פֿון אַ משפחה, װאָס האָט זיך מתײחס געװען צו דוד המלך (ירושלמי מסכת תענית פ”ד און אַנדערע ערטער). ער האָט אין ארץ–ישׂראל געלערנט בײַ שמעיה און אבטליון, װי מיר געפֿינען אין פרקי אבֿות א’ און אַנדערע ערטער פֿון דער משנה. אין דער גמרא מסכת יומא ל”ה װערט דערצײלט, אַז הלל איז דעמאָלט געװען אָרעם און ער האָט געאַרבעט צו פֿאַרדינען זײַן ברױט, אָבער אַ טײל פֿון פֿאַרדינסט האָט ער אַװעקגעגעבן פֿאַרן לערנען. דעם הױכן אַמט פֿון נשיא האָט הלל איבערגענומען פֿון די חכמים בני בתירה (מסכת פסחים ס”ו), און ער האָט אַװעקגעשטעלט דאָס סנהדרין און זײַן געגרינדעטע ישיבֿה אַזױ הױך, אַז די גמרא אין סוכה כ' דערצײלט, דאָס די תורה װאָלט געװען פֿאַרגעסן געװאָרן פֿון ייִדן, װען נישט הלל, װעלכער איז געקומען פֿון בבֿל און ער האָט איר באַנײַט. ער האָט אײַנגעפֿירט די מידות, מעטאָדן, לױט װעלכע מען לערנט אַרױס די הלכות פֿון די פסוקים אין דער תורה. ער האָט דורך זײַן ישיבֿה, די „בית הלל“, פֿעסטגעשטעלט אַ סך הלכות, װעגן װעלכע עס זענען געװען מחלוקת. ער האָט אױסגעדריקט דעם באַקאַנטן עטישן יסוד פֿון ייִדנטום, זאָגנדיק צו אַ גר, אַז „דעלך סני לחברך לא תעביד“ (װאָס דו האָסט נישט ליב, זאָלסטו נישט טאָן אַ צװײטן) איז דער יסוד פֿון דער גאַנצער תורה. און אַלץ איבעריקע איז אַ פירוש צו דער דאָזיקער לערע (תלמוד בבלי, מסכת שבת, פרק ב, דף לא, א גמרא).

די װערטער פֿון הלל װעגן מאָראַל און מדות טובֿות זענען פֿאַרשפרײט איבער משנה און גמרא. אין פרקי אבֿות א’ זאָגט הלל, „זײ פֿון די תלמידים פֿון אהרן, האָב ליב שלום און יאָג זיך נאָך שלום. האָב ליב די מענטשן און זײ מקרבֿ צו לערנען.“ אין פרקי אבֿות ב’ װערט דערצײלט װי הלל האָט געזען אַ קאָפ שװימען אױפֿן װאַסער און ער האָט צו אים געזאָגט, „װײַל דו האָסט אַנדערע דערטרונקען האָט מען דיך דערטרונקען, און דײַנע דערטרונקענער װעלן אױך דערטרונקען װערן“ (על דאטפת אטפוך וסוף מטײפיד יטופון). זײַן עניוות און סבלנות נישט צו פֿערן אין כּעס איז געװען באַקאַנט (שבת ל”א). הלל האָט מתקן געװען אַ רײ תקנות, װאָס זענען נױטיג געװען, װי פרוזבול און אַנדערע.

הלל איז געװען דער שטאַם–פֿאָטער פֿון דער נשיאים–דינאַסטיע, װאָס האָט אַרױסגעגעבן נשיאים עטלעכע הונדערט יאָר.

הללס חבֿר אין סנהדרין איז געװען שמאי, מיט װעמען ער פֿלעגט האָבן מײנונגס–פֿאַרשײדנקײטן אין הלכות. אױך זײערע ישיבֿות, די בית הלל און בית שמאי זענען געװען צװישן זיך מחולק װעגן אַ סך הלכות. און מיר געפֿינען אין דער משנה זײער אָפֿט די מחלוקת פֿון בית הלל און בית שמאי (אַמײסטן אין מסכתא עדיות). אָבער כּמעט שטענדיק האָט מען געפסקנט װי די בית הלל. אין אַלגעמײן האָבן בית הלל געפסקנט די הלכה לקולא, גרינגער צו מאַכן, מיטן אױסנאַם פֿון עטלעכע פֿאַלן (אין משנה מיצה ערשטן פרק און עדיות).

עס איז פֿאַראַן אַ מײנונג אַז דער נאָמען פֿון הלל װערט געבראַכט דורכן היסטאָריקער פֿון חורבן הבית יאָסעפֿוס פֿלאַװיוס אין „אַלטערטימערבוך 15, קאַפיטאַל 10, װאוּ ער זאָגט אַז װען הורדוס המלך האָט אײַנגענומען ירושלים און ער האָט דערמאָרדעט אַ סך ייִדן, האָט ער פֿונדעסטװעגן מכבד געװען די צװײ פרושים „פאָליאָ און סאַמעאַס, זײַן תלמידים“. עס איז פֿאַראַן אַ גרױסע מײנונגס–פֿאַרשײדנקײט בײַ די געלערנטע פֿאָרשער (פֿראַנקל, דערנבורג, גרעץ, װײַס, הלוי אין „דורות הראשונים“), צי מען מײנט דערמיט הלל ושמאי, צו שמעיה ואבֿטליון, צי אבֿטליון און שמאי.

בית הלל איז געוועזן זיין ישיבה. און איז געווען דער בר פלוגתא פון שמאי הזקן.

פון זיינע תלמידים

רעדאַקטירן

אין משניות

רעדאַקטירן

אויסער די דריי הונדערט און צוואנציג מאל וואס עס ווערט דערמאנט די בית הלל אין דער משנה, ווערט הלל הזקן אליין דערמאנט ניינצן מאל:

  • מסכת שביעית פרק י' משנה ג', ”פרוזבול, אינו משמט, זה אחד מן הדברים שהתקין הלל הזקן, כשראה שנמנעו העם מלהלוות זה את זה ועוברין על מה שכתוב בתורה (דברים טו) השמר לך פן יהיה דבר עם לבבך בליעל וגו', התקין הלל פרוזבול”
  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', הלל ומנחם לא נחלקו, יצא מנחם, נכנס שמאי, שמאי אומר שלא לסמוך, הלל אומר לסמוך”
  • מסכת גיטין פרק ד' משנה ג', הלל התקין פרוזבול, מפני תקון העולם”
  • מסכת בבא מציעא פרק ה' משנה ט', ”אבל אומר לו הלויני עד שיבוא בני, וכו', והלל אוסר, וכן היה הלל אומר, לא תלוה אשה ככר לחברתה עד שתעשנו דמים, שמא יוקירו חטים, ונמצאו באות לידי רבית”
  • מסכת עדיות פרק א' משנה א', ”שמאי אומר, כל הנשים דין שעתן, והלל אומר, מפקידה לפקידה, אפלו לימים הרבה”
  • מסכת עדיות פרק א' משנה ב', ”שמאי אומר, מקב לחלה, והלל אומר, מקביים”
  • מסכת עדיות פרק א' משנה ג', הלל אומר, מלא הין מים שאובין פוסלין את המקוה, וכו', ושמאי אומר, תשעה קבין”
  • מסכת עדיות פרק א' משנה ד', ”ולמה מזכירין את דברי שמאי והלל לבטלה, ללמד לדורות הבאים שלא יהא אדם עומד על דבריו, שהרי אבות העולם לא עמדו על דבריהם”
  • מסכת אבות פרק א' משנה י"ב, הלל ושמאי קבלו מהם, הלל אומר, הוי מתלמידיו של אהרן, אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות, ומקרבן לתורה”
  • מסכת אבות פרק ב' משנה ד', הלל אומר, אל תפרוש מן הצבור, ואל תאמן בעצמך עד יום מותך, ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, ואל תאמר דבר שאי אפשר לשמוע שסופו להשמע, ואל תאמר לכשאפנה אשנה, שמא לא תפנה”
  • מסכת אבות פרק ב' משנה ח', ”רבן יוחנן בן זכאי קבל מהלל ומשמאי, הוא היה אומר, אם למדת תורה הרבה, אל תחזיק טובה לעצמך, כי לכך נוצרת”
  • מסכת אבות פרק ד' משנה ה', ”וכך היה הלל אומר, ודאשתמש בתגא, חלף, הא למדת, כל הנהנה מדברי תורה, נוטל חייו מן העולם”
  • מסכת אבות פרק ה' משנה י"ז, ”איזו היא מחלוקת שהיא לשם שמים, זו מחלוקת הלל ושמאי”
  • מסכת ערכין פרק ט' משנה ד', ”בראשונה היה נטמן יום שנים עשר חדש שיהא חלוט לו, התקין הלל הזקן, שיהא חולש את מעותיו בלשכה, ויהא שובר את הדלת ונכנס, וכו'”
  • מסכת נדה פרק א' משנה א', ”שמאי אומר, כל הנשים דין שעתן, הלל אומר, מפקידה לפקידה, אפלו לימים הרבה”


  NODES