זעלדע
שיינע זעלדע שניאורסאָן-מישקאָווסקי (כ״ו ניסן תרע״ד – כ״ח ניסן תשמ״ד), באַקאַנט מיטן נאָמען זעלדע, איז געווען אַ ישראלישע חרדישע דיכטערין.
געבורט |
20 יוני 1914 דניפרא, רוסלענדישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט |
30 אפריל 1984 (אלט 69) ירושלים, ישראל | |
מדינה | ישראל | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
לעבנס געשיכטע
רעדאַקטירןפריסטע יאָרן
רעדאַקטירןגעבאָרן אין קאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניפּראָ אָדער דניעפּרפּעטראָווסק) אוקרײַנע, צו אַ חסידישער משפחה. איר מוטער רחל איז געווען אַ טאָכטער פון ר׳ דוד צבי חן (דער רד״ץ), אַ חשובער ליובאַוויטשער רב פון דער באַװאוסטער חן פאַמיליע. איר פאָטער ר׳ שלום שלמה, איז געווען אַ זון פון ר׳ ברוך שניאור שניאורסאָן, און אַ ברודער פון ר׳ לוי יצחק שניאורסאָן – דער פאָטער פון דעם ליובאַוויטשער רבין.
איר פאָטער ר׳ שלום שלמה און איר זיידע דער רד״ץ – וועלכע זײַנען ביידע אַוועק אין איר יוגנט – האָבן געהאַט אַ טיפן גײַסטיקן אײַנדרוק אויף איר. אַזוי ווי זי איז געווען אַ בת־יחידה, האָט זי געזאָגט דעם קדיש נאָך איר טאַטן. זעלדע האָט זיך אויפגעהאָדוועט אין אַ חב״דישער היים, און איז שטענדיק געשטאַנען אין קאָנטאַק מיט איר שוועסטערקינד – דער ליובאַוויטשער רבי.