זשאק קארטיער

פראנצויזישער אויספארשער

זשאַק קאַרטיער (פראַנצויזיש: Jacques Cartier; ‏31סטן דעצעמבער 1491 - 1טן סעפטעמבער 1557) איז געווען א פראנצויזישער אויספארשער וואס האט תובע געווען די טעריטאריע פון קאנאדע פאר פראנקרייך.

זשאק קארטיער
Jacques Cartier
געבורט 31 דעצעמבער 1491
Q71747 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1 סעפטעמבער 1557 (אלט 65)
פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
זשאק קארטיער, לויט א בילד פונעם 18טן יארהונדערט

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

קארטיער איז געבוירן געווארן אין סאן-מאלא, פראנקרייך. פראנסוא דער ערשטער, מלך פון פראנקרייך האט אים געקליבן אויסזוכן "געוויסע אינזלען און לענדער אויף וואס ס'איז געזאגט אז זיי האבן גאר א סך גאלד און אנדערע ווערטפולע זאכן".

ער איז ארויסגעפארן אין 1534 אויף א רייזע צו טרעפן דעם מערבדיקן דורכוועג קיין אזיע. דעם 10טן מיי איז ער אנגעקומען אין נייפונדלאנד, ביז ער איז געקומען צום סאנט לארענס טייך.

זיין צווייטע רייזע איז ער ארויסגעפארן דעם 19טן מיי 1535 מיט דריי שיפן.

דעם 23סטן מיי 1541 איז ארויסגעפארן אויף זיין דריטער און לעצטער רייזע קיין קאנאדע.

פון 1542 האט ער פארברענגט אין סאן-מאלא וואו ער איז געשטארבן אין 1557.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: זשאק קארטיער
  NODES