לאשיץ (פּויליש: Łosice; רוסיש: Лосице) איז א שטעטל אין מזרח פוילן, 122 ק"מ מזרח פון ווארשא. לאשיץ באדעקט א שטח פון 23.75 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג איז 7,252 (2006).

הערב פון לאשיץ

היסטאריע

רעדאַקטירן

אונטער רוסישער הערשאפט, ביז 1918, איז לאשיץ געווען אין דער שעדליצער גובערניע. פון 1918 ביז 1940 איז לאשיץ געווען אין דער לובלינער גובערניע. זייט 1999 איז לאשיץ אין דער מאזאווישער וואיעוואדעשאפט.

יידישע היסטאריע

רעדאַקטירן

די יידישע באפעלקערונג פון לאשיץ איז געווען 2,396 (אין 1897) און 2,708 (אין 1921).‏[1] בעפאר די קריג האבן דארט געוואוינט ארום פינף טויזנט יודן.

מען האט כמעט אלע אומגעברענגט אין טרעבלינקע.

יודל (עדי) וויינשטיין וועלכע האט ארויסעגעבן א בוך איבער דעם פארניכטעטן טרעבלינקע מארד לאגער און געהאט אן אונטערוויא מיט דער שטערן (שבט ע"ב) געציילטע וואכן בעפאר זיין פטירה איז געקומען פון לאשיץ.

52°13′N 22°43′E / 52.217°N 22.717°E / 52.217; 22.717

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "לאשיץ", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
  NODES
os 2