מעטשעט

געבעט־ארט פאר מוסולמענער

א מעטשעט איז א פלאץ וואו מוסולמענער בעטן.

א מעטשעט וועט געווענליך זיין אין א געביידע, אבער יעדער פלאץ וואו מוסולמענער בעטן, אפילו אין הויף צי אין גאס, וועט אויך אזוי אנגערופן.

אין רוב מעטשעטן זיצן די מענער און פרויען באזונדער.

אויסער דאווענען, ווערט אינעם מעטשעט געפראוועט פיל צערעמאניעס ווי ביי מוסולמענער חגאות, לוויות, חתונות, און פיל מער.

דער מערסט-באקאנטער מעטשעט אין דער וועלט איז דער "אל אקצא" אויף דעם הר הבית אין ירושלים, וואס איז ליידער געבויט אויף דעם פלאץ וואו עס איז געשטאנען דער בית המקדש.

  NODES