קלינגאָניש (tlhIngan Hol טלהינגאַן כאָל) איז אַ געבויעטע שפּראַך װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן פֿאַר די פֿיקטיווע קלינגאָנער אין דער "שטערן רײַזע" אוניווערס.

קלינגאָנישער אלפאבעט

גראַמאַטיק

רעדאַקטירן

קלינגאניש איז אַ שפראַך וואָס נוצט אַפֿיקסן (פּרעפֿיקסן און סופֿיקסן) על מנת צו טוישן די באַדײַטונג אָדער נוץ פֿון אַ װאָרט. בנוגע די מערצאָל-פֿאָרמע‏ פֿון ווערטער, זענען פֿאַראַן פֿיר אופֿנים צו מאַכן אַ וואָרט אין לשון־רבים, תּלױ אינעם טיפּ סובסטאַנטיװ. אינעם ערשטן פֿאַל, איז דאָ אַ פֿאַר סובסטאַנטיוון וואָס האָבן זייערע אייגינע מערצאָל-פֿאָרמעס, ווי צ.ב. 'jengva ״טעלער״ לשון-רבים ngop ״טעלערס״, אָבער מערסטע קלינגאָנישע סובסטאַנטיוון נוצן אַ סופֿיקס צו אויסדריקן דעם לשון-רבים. אין די דרײַ איבערגעבליבענע סיפּן, איז די מערצאָל-פאָרמע אַנדערש אויב דער סובסטאַנטיוו איז אָדער אַן אבֿר פֿונעם קערפּער, אָדער אַ בריה וואָס האָט די מעגליכקייט צו רעדן שפּראַכן, אָדער אלערליי אַנדערע ווערטער. פֿאַר אבֿרים, איז דער מערצאָל-סופֿיקס 'Du-, ווי אין 'mInDu ״אויגן״. פֿאַר שפּראַך־רעדנדיגע בריות, איז דער סופיקס 'pu-, ווי 'tlhInganpu, װאָס הייסט ״קלינגאָנער״. פֿאַר אַלע אַנדערע סובסטאַנטיוון, איז דער סופיקס mey-, ווי Hovmey ״שטערן״ אָדער mojaqmey ״סופיקסן״. 

  NODES