רבי שלמה בן אברהם אדרת (רשב"א) (ד'תתקצ"ה - ה'ע, 1235 - 1310) איז געבוירן אין דער שטאט בארצעלאנע אין שפאניע.

רשב"א
געבורט 1235
באַרצעלאָנע, שפּאַניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1310 (אלט 75 בערך)
באַרצעלאָנע, שפּאַניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב, פילאסאף, שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רשב"א
געבוירןד'תתקצ"ה
נפטרה'ע
געהערטדעם רמב"ן'ס בית מדרש
זיינע רבי'סרמב"ן, רבנו יונה גירונדי
זיינע בני דוררבנו אהרן הלוי פון בארצעלאנא (דער רא"ה), רבנו אשר (רא"ש), רבנו מנחם בן שלמה המאירי
תלמידיםרבי יום טוב בן אברהם אשבילי (ריטב"א) ורבנו נסים (ר"ן)
חבוריםחידושים אויף אסאך מסכתות, שאלות ותשובות, ספרי הלכה 'תורת הבית' אויף כשרות, עירובין און מקוואות.

ער ווערט גערעכנט דער גרעסטער גדול אין תורה אין שפאניע אין דער תקופה פון די ראשונים. זיין השפעה איז געווען סיי אלס פוסק און סיי אלס מפרש פון דער גמרא. זיינע תשובות זענען געווען דער יסוד צום שולחן ערוך.

דער רשב"א געווען א תלמיד פונעם רמב"ן, וואס האט אים אויסגעלערנט די צוגאנג צו ש"ס און הלכה, און אויך קבלה. ער איז אויך געווען א תלמיד פון רבנו יונה גירונדי.

ער האט זיך שטארק אקעגנגעשטעלט קעגן לערנען פילאזאפיע. זיינע בריוו זענען צוזאמגעשטעלט אין דעם חיבור "מנחת קנאות" דורך רבי אבא מארי בן משה בן יוסף מלוניל (היינט: מארסיי אין פראנקרייך), וואס קריטיקירט דעם מורה נבוכים פונעם רמב"ם. צוזאמען מיט אנדערער רבנים פון זיין צייט האט ער געלייגט א חרם קעגן די וואס לערנען פילאזאפיע פאר דער עלטער פון 25.

פארבינדונגען מיט אנדערע גדולים

רעדאַקטירן
  • דער רשב"א איז געווען בקשר מיט אסאך פון זיינע בני דור: רבנו אהרן הלוי פון בארצעלאנע, וואס האט מחבר געווען השגות צום רשב"א'ס הלכה ספרים; דער רא"ש (רבנו אשר) וואס האט איינגעוואנדערט פון דייטשלאנד קיין טאלעדא אין שפאניע; דער מאירי (רבנו מנחם בן שלמה), מיט וועמען ער האט געפירט א שארף מחלוקת וועגן לערנען פילאזאפיע.

זיינע חיבורים

רעדאַקטירן

דער רשב"א האט מחבר געווען חידושים אויף א סאך מסכתות פון ש"ס. ער האט געשריבן טויזנטער תשובות (תשובות הרשב"א). ער האט אויך מחבר געווען די הלכה ספרים 'תורת הבית' אויף כשרות, עירובין און מקוואות. די ספרים זענען געשריבן אין צוויי אויסגאבעס: דער פולקומער „תורת הבית הארוך", און דער פארקירצטער „תורת הבית הקצר".

  NODES