א שאָפֿער-ליצענץ איז אַן אָפֿיציעלער דאָקומענט וואָס דערלויבט אַ פּערזאָן צו פֿירן אַ מאָטאָר פֿאָרמיטל ווי אַ מאָטאָציקל, אויטאָמאָביל, לאַסטאויטאָ אדער בוס.

א נארוועגישע שאָפֿער-ליצענץ

געזעצן איבער שאָפֿער-ליצענצן

רעדאַקטירן

פֿאַרשידענע מדינות האבן פֿאַרשידענע געזעצן וואָס באַשטימען צי אַ פּערזאָן קען האָבן אַ שאָפֿער-ליצענץ. אין טייל פּלעצער דאַרף אַ פּערזאָן אַריבערקומען אַ שאָפֿער טעסט איידער באַקומען אַ שאָפֿער-ליצענץ, און אין אַנדערע פּלעצער ווערט אַ שאָפֿער-ליצענץ דערטיילט איידער אַז דער פּערזאָן נוצט דעם פֿאָרמיטל.

צום ביישפּיל, אין וויקטאָריע, אויסטראַליע דאַרף אַ מענטש:

  • ווערן לפּחות 18 יאָר אַלט
  • וואוינען אין וויקטאָריע
  • אַריבערקומען אַן אויגן-טעסט
  • אַריבערקומען אַ געפֿאַר-פֿאַרשטאַנד טעסט (אויף אַ קאָמפּיוטער)
  • אַריבערקומען אַ פּראַקטישער טעסט צו באַווייַזן אַז ער קען פֿאָרן אין זיכערהייט, קאָנטראָלירן דעם פֿאָרמיטל, פֿאָלגן טראַקט-געזעץ און באַטייליקן זיך מיט אַנדערע טראַקט-באַניצער.


  NODES